top of page

Nu? 5 נו | Open-mic Cabaret | ייִדיש אין אַלע קונסטן

Thu, Oct 08

|

Oblomov Kreuzkoelln

Our Yiddish Open mic is back! Hosted by Jake Schneider. Oblomov Kreuzkölln, Lenaustr 7, 12047 19 for performers, 19:30 doors

Time & Location

Oct 08, 2026, 7:30 PM

Oblomov Kreuzkoelln, Lenaustraße 7, 12047 Berlin, Germany

About the event

[English after Yiddish]


„נו?„ װאָס איז געשען מיטן בערלינער אָפֿענער־מיקראָפֿאָן־קאַבאַרעט פֿון ייִדיש אין אַלע קונסטן?

דער ערשטער סעזאָן – פֿיר אָװנטן אין פֿרילינג 2025 – איז געװען אַ געשמאַקער מיש־מאַש. אַרײַנגערעכנט׃ אַ חסידישן דרעג־מלך, אַ פּאָדקאַסט־פּרעמיערע אין פֿינצטערן זאַל, פֿרישע מעכלים לױט אַלטע רעצעפּטן, קינסטלער־רעפֿעראַטן, אַ שפּאָגל נײַע קאַפּעליע, אַ ייִדיש־רעדנדיקן קינדער־גאָרטן, אַ ראָמאַניאָטישער פּיעסע, אַן אַנאָנימען מאַניפֿעסט, „טעסעלירנדיקע“ ים־פֿערדלעך און אַ צניותדיקער געטין. ליטעראַטור, מוזיק, טעאַטער, בילדניקע קונסט און נאָך און נאָך.

נו, בקיצור, ס׳קומט צוריק!

אינעם הינטערזאַל פֿון אָבלאָמאָװ, דעם 8טן אָקטאָבער, װעסטו געניסט פֿון אַ רײַכער פּראָגראַם מיט אַקטן װאָס שטעלן פֿאָר און באַרײַכערן די הײַנטיקע ייִדיש־קולטור. מאָדערירט פֿון דזשייק שנײַדערן אוו אָרגאַניזירט פֿון שטעטל בערלין, מיט אויפֿטריטן פֿון דער בערלינער ייִדיש־סבֿיבֿה און אונדזערע חבֿרים. קום אָן 19 אַ״ז אַז דו טרעטסט אַרױס, 19:30 פֿאַר אַ גוטן פּלאַץ אָדער 20:00 אַ״ז אױב דו װילסט בלױז שטײן הינטן.

‏מיר באַגריסן אַן עולם פֿון סײַ ייִדיש־רעדערס און סײַ נײַגעריקע…


Share this event

bottom of page